michoel schnitzler - a briderels hartz lyrics
ברודערל’ס הארץ
אין שפּיטאל ליגט ער נעבעך א קליין שעפעלע
ווער ווייסט צו איך וועל דורכמאכן דעם היינטיגן טאג, דעי אפילו
אזויפיל יאר פאר’צער’ט
אויף א נייע ניר איך ווארט
ישעי’לע מיין חבר דו ביסט דאך מיין איינציגסטע פאר
מיין טייערע חבר איך געב דיר אוועק מיין ניר
איך האב דאך צוויי איינס וועל איך געבן פאר דיר
טאקע דערפאר
ווייל איך קען שוין נישט צוקוקן דיין צער
ווי די פעלסט שוין פון חדר אזויפיל יאר
מארגן מחר יהי’ האות הזה
איך קען שוין קוים ווארטן אויף מארגן, דעם גליקליכן טאג דעי
פּלוצלינג מארגן קומט ער מיט לויפעניש
איך קען דיר נישט געבן קיין ניר בשום אופן נישט
מיין טאטע לאזט נישט, איך בעט דיר זיי מיר מוחל
דער טאטע לויפט צו ישעי’לעס שטוב
דעם אטעם קוים ער כאפּט
ער קלאפּט, מען עפנט
מיט כעס ווערט די טיר שנעל פארקלאפּט
אזוי פּאסירט א צווייטע מאל א דריטע מאל
ער קלאפּט קיינער עפנט שוין ניטאמאל
א צובראכענע טאטע שרייט ער מיט זיין לעצטן כוח’ל
האב רחמנות אויף מיר
פארקלאפּ נישט אויף מיר דיין טיר
מיין איינציגסטע האף פאר מיין קינד איז דיין ישעי’לעס ניר
מיין שעפעלע וויינט אָן א שיעור
מיין צובראכן הארץ שפּיר
איך וויל נאך לעבן ער בעט זיך ביי דיר
די טיר עפנט זיך אויף באלד
דו מיינסט איך דערקען נישט דיין געמיינעם געשטאלט
נתן פון ווארשע דער קאפּאו דער רשע ביסטו געווען
אוועק געריסן מיין קינד מיט געוויין
ווען דער דייטש האט געזאגט, אלע קינדער צו בלאקָ נומבער איין
איך האב מיך געבעטן צו דיר לאז מיך אים באהאלטן, זייט דעמאלטס האב איך אים נישט געזעהן
אוי וואו האסטו געטראגן מיין אברהמ’לע
מיין טייערע נשמה’לע
מיין איינציגסטע נחמה’לע
ווילסט נאך מיין קינד זאל ראטעווען דיין, ניין ניין איך אסר
אוי, וואו איז מיין אברהמ’לע
מיין טייערע נשמה’לע
מיין איינציגסטע נחמה’לע
אוי געוואלד, נתן הערט, ער חלש’ט, ער ענטפערט א דערשראקענער א בלאסער
ער הייבט אָן צו רעדן מיט הארץ קלאפּעניש
איך בין נתן אבער קיין שלעכטער קאפּאו נישט
הער מיך אויס וואס האט דארט פּאסירט
איך האב דיין אברהמ’לע נישט אוועק געפירט
איך האב רחמנות געהאט איך בין דאך אויך א איד
שטילערהייט בלא יודעים
באהאלטן האב איך אים אויפ’ן בוידעם
געטראגן יעדן טאג מיין שטיקעלע ברויט
איינגעשטעלט מיין לעבן געראטעוועט פון א זיכערן טויט
ווי אַן אייגן קינד האב איך אויף אים געהיט
פאריבער די מלחמה אים געראטעוועט
געזוכט אפשר צוריק קומען זיין טאטע וועט
געזוכט און געזוכט קיינער קומט נישט אהיים
זיכער געגאנגען אויף קידוש השם
פאר דעם מ’זוכט און גארנישט מען געפינט
ווי אַן אייגן קינד אים ערצויגן
ווי דאס פּינטעלע פון מיינע אויגן
יעצט פארשטייסטו שוין אחר הדברים האלה
פארוואס די איינציגסטע ניר וואס פּּארָט, איז פון דיין ישעי’לע
ווייל ער איז דאך זיין ברודער, דאס איז דאך דיין פארלוירן קינד
געוואלד! דאס איז דאך גאר מיין אברהמ’לע
מיין פארלוירענע נשמהל’ע
דורך געלעבט די מלחמה’לע
איך וויל דיך שוין זעהן, קען דען זיין דו ביסט געבליבן לעבן
ישעי’לע דיין ברודער אברהמ’לע
אזא טייערע נשמה’לע
ער ווארט אויף דיין נחמה’לע
קום נאר מיין קינד דיין ברודער’ל א ניר געבן
ברודערלעך פון איין טאטן זענען מיר
קיין גלייכן קיין פּארָ נישט טרעפן קענען מיר
אין גלות פון טאטן פארלוירן
מיר קלאפן אויף דיינע טויערן
מאך אויף די טיר, שוין אזויפיל הייסע טרערן לאזט מען
מיין קינד מיין איינציגסטע פאר ביסטו
איך זעה דיין חסד יעדן טאג טוסטו
פאר א צווייטן איד וועסטו אויסגיין
מיט חסד פון גלות וועסטו ארויסגיין
אין זכות פון אברהם אבינו בך חותמין
אידעלע נאר שפּעקוליר
דיין ברודערלס הארץ שפּיר
פארמאך נישט קיינמאל אויף קיינעם דיין טיר
געב און געב אָן א שיעור
ווייל ווען די מיינסט דו געסט פאר מיר
געדענק אז וואס דו טוסט טוסטו נאר פאר דיר
אפילו עס זעהט נישט אויס אזוי פיין
עס טוט פון דיר א טרערעלע גיין
ס’איז זיכער לטובה ברודער’ל וויין נישט וויין
דו קענסט נישט אלעס פארשטיין
עס וועט נאך זיין אזוי שיין
מיט דיינע אויגן וועסטו נאך זעהן אליין
אין זכות פון אונזער טאט’ן אברהם
הנה ימים באים
מה טוב ומה נעים
בשבת אחים דערלעבן די הייליגע רגעים
אין זכות פון אונזער טאט’ן אברהם
הנה ימים באים
מה טוב ומה נעים
ברוך אתה ה’ מגן אברהם
composed, lyrics, & duet by:
pinky weber
Random Lyrics
- chimarruts feat. serginho moah - mil poesias lyrics
- grupo aventura - la guerra lyrics
- temible - quemar los puentes lyrics
- jgeek and the geeks - maori boy lyrics
- radiators - rainbow lyrics
- christon gray - roses 103-ghost lyrics
- standfree - ekspektasi lyrics
- das-kollektiv.net - android lyrics
- 徐佳瑩 - 修煉愛情 lyrics
- niloy bhn - kobita lyrics