azlyrics.biz
a b c d e f g h i j k l m n o p q r s t u v w x y z 0 1 2 3 4 5 6 7 8 9 #

michoel schnitzler - chasideshe fish - חסידישע פיש lyrics

Loading...

ערב שבת בראשית
פיינע פיש און פלייש איז
אנגעגרייט אין הייליג געצעלט
ביים צדיק דעם אנפירער
ר’ יחזקאל’ע קאזמירער
עס קומט דאך שבת אויף דער וועלט

א מתנה פאר’ן מנהיג
לשמוח בו בתענוג
אלע ברענגן אלע געבן
איינער ברענגט א זעקעלע
איינער מיט זיין בעקעלע
א מתנה פאר’ן רבי’ן

משמח זיין לכבוד שבת
משבח זיין לכבוד שבת
מיט א הינדל מיט א ציגעלע
מיט א קינדל מיט א קוגעלע
ר’ זונדל מיט זיין קריגעלע

[:פזמון]
יעדער איינער גרייט זיך גוט שבת
יעדער איינער פריידט זיך מיט שבת
באו בשלום עטרת בעלה
פרייליך זענען דאך אלע
בואי כלה בואי כלה
לקראת שבת לכו לכו ונלכה
כי היא, כי היא מקור הברכה
[x2] כי היא, כי היא מקור הברכה

נישט קיין יוגערמאנ’טשל
דער אלטער ר’ אנשיל
א הויכער מיט א שיך אַן ענגן
אוי המביא דורן
ארעם און פארלוירן
וואס קען איך שוין דעם רבי’ן ברענגן

עפּעס א גוט מאכל
ער לויפט שנעל צום טייכל
געכאפּט האט ער א גרויסען פיש
פון מחרוזת דגים
צום רבי’ן גלייך איך טראג אים
א לאנגער וועג ווי האלט מען דאס פריש

א געדאנק גאר פאלט אים
דעם פיש אין וואסער האלטן
מיט מיין גארטל בינדן לאז מיר
שלעפּן וועל איך דארטן
דעם גאנצען וועג ביים בארטן
ארויס נעמען ערשט אין קאזמיר

ווינטן מיט כוואליעס
ביטער ווי א גאל איז
אנשיל איז אינגאנצן א נאסער
דער גארטל איבעררייסט זיך
דער פיש שוין נישט באווייזט זיך
פארשוואונדען ווי א פיש אין וואסער
אוי געוואלד לכבוד שבת
א טרער גייט לכבוד שבת
ער טוט קלאגן
קרעכצן ברומען
פארן רבי’ן טראגן
עפּעס מוז מען
וואס וועל איך זאגן
מיט וואס וועל איך קומען, אוי

[:פזמון]
יעדער איינער גרייט זיך מיט שבת
יעדער איינער פריידט זיך מיט שבת
באו בשלום עטרת בעלה
איך וויל זיך פרייען מיט ענק אלע
בואי כלה בואי כלה

לקראת שבת לכו לכו ונלכה
כי היא, כי היא מקור הברכה
[x2] כי היא, כי היא מקור הברכה

אין שטוב א גרויסען טרעסקעלע
דער צדיק ר’ יחזקאל’ע
געבויגן מיט דביקות ביים טישל
מיט אסאך מענטשן נאך ארום
פּלוצלינג קומען סוחרים
מיט א גרויסען מאדנעם פישל
רבי טרעפן טוען מיר
א פיש מיטן גארטל ארום איר
ארויס געשפּרינגען פונעם טייכל
די חסידים קוקן מיט וואונדער
א גארטל ווער איז די בינדער
דעם רבי’ן קאסט דאס גאר א שמייכל

עס ווערט שפּעט דער פרייטאג
ביי א טיר’ל זייטיג
ר’ אנשיל בעט ביים גבאי’ן ידידי’ן
אריין צום רבי’נס הויז
מיט געוויין ברעכט ער אויס
לייגט אראפּ דעם קוויטל דעם פּדיון

ער פארציילט די גאנצע מעשה
וואס האט זיך אפּגעשפּילט ביים וואסער
דער רבי שמייכעלט: ברוך הבא
שוין לאנג דא אין מיין קווארטל
דיין פּדיון מיט דיין גארטל
עס ווארט שוין אויף דיר דא אפּאר שעה

[:פזמון]
ווייל וואס א יוד גרייט זיך צום שבת
די שכינה היט און פריידט זיך מיט שבת
מי שטרח מיט זיין כח’ל
זיכער אז בשבת יאכל
ווייל ביז צום הימל גייט א רויעך’ל, אוי

ליום שכולו שבת, שבת
זיך גרייטן מיט התלהבות, שבת
בואי בשלום עטרת בעלה
די שכינה הקדושה מיט אונז אלע
בואי כלה בואי כלה

כי היא מקור הברכה
…כי היא מקור הברכה



Random Lyrics

HOT LYRICS

Loading...