azlyrics.biz
a b c d e f g h i j k l m n o p q r s t u v w x y z 0 1 2 3 4 5 6 7 8 9 #

michoel schnitzler - hashleich al hashem yihovcha - השלך על השם יהבך lyrics

Loading...

השלך השלך על השם
השלך על השם יהבך;
אידעלע פארלאז זיך אלא על אבינו שבשמים
השלך השלך על השם
השלך על השם יהבך;
א שידוך איז שוין גרייט
אט אט מיט פרייד
וואונטשט מען לחיים
לחיים!

אידעלע, דו ביסט
פארזארגט גאר אומזיסט
טראג נישט דעם באשעפער’ס דאגות!
הער א מעשה א פארגאפטע
ר’ יוסי בר חלפתא
האט אים מטרונה געפרעגט, רבי, איך האב פראגעס!

אין וויפל טעג האט ער באשאפן זיין וועלטעלע?
ענטפערט ער, אין זעקס טעג זיין גאנץ געצעלטעלע

מאותה שעה מה הוא עושה
איך פרעג דיר ר’ יוסי
וואס טוט ער פון דאן? א קשיא א באמבע!

ער זיצט דאך מיט תענוגים
מזווג זיוויגים
א גרויסע חכמה דער בורה אנטפלעקט דערין
זי לאכט אפ מיט העלדן
איך קען דעם פאך דעם זעלבן
איך זע נישט די חכמה וואס שטעקט דערין
אין איין נאכט וועל איך ווייזן די קונצן
צאמגעשטעלט טויזנט קנעכט און דינסטן
אבער אוי וויי, אוי וויי, ס’געווען א בראך אויף קאלאמבוס

ויהי ערב ויהי בוקר
אויסגעלאזט א הויקער
ביי קיינעם פון זיי איז געווען שלום בית

איינעמ’ס קאפ צעבליטיקט
איינער גאר קריטיק
אן אויג א געשוואלענעם
אויסלאכן אלע זאלן אים

פיס און הענט צעהאקטע
א שפיטאל געפאקטע
זי שטייט דארט א געשאַקטע
שוין גארנישט קיין הסתפקתי

זי רופט צוריק ר’ יוסי
און האט איר א באשעפער א גרויסער
מזווג זיין ווער קען?
נאר נאר ער קען!

השלך השלך על השם
השלך על השם יהבך;
אידעלע פארלאז זיך אלא על אבינו שבשמים
השלך השלך על השם
השלך על השם יהבך;
א שידוך איז שוין גרייט
אט אט מיט פרייד
וואונטשט מען לחיים
אין ישיבה איינגעשפארט
שוין אזוי לאנג איך ווארט
די אויגן פון טרערן ווערן פייכטער
איך טראכט אזוי ביי מיר
איך האב א ברודער פאר מיר
ווען דער וועג פאר מיר אויפמאכט ער?

שוין חדשים לאנג קלינגט דער טעלעפאן נישט
קיין שדכן, קיין שום פערזאן נישט
אוי וויי, אוי וויי, עזרי מאין?

יעדן טאג, גם זו יעבור
פאר א צווייטן חבר
מזל טוב דארף איך אים וואונטשן
ער זאגט “ביי דיר אויף שמחות”
ווי א שטעך באקום איך עס
כמעט מיואש איך בין שוין

אבער מענדעלע, פערציג טעג בעפאר
דו ביסט געבוירן האסטו שוין דיין פאר
אוי אוי אומזינסט געטראכט
דער פון אויוון לאכט
דיין באשערטע איז שוין גרייט, דאגה מניין

ארבעים יום קודם יצירת
אנגעגרייט פאר דיר איז
בת פלוני לפלוני
מיט וועם דו בויסט דיין הייזקל
שוין ארויס א בת־קול
א שמחה אין הימל, צהלי ורוני!
גרייט ענק אן שנעלער!
אט אט ברעכט מען טעלער!
גרייט איר אן באשעפער
איך גרייט אן ציגעראטלעך

א שידוך גאר א גוטן
מזל טוב מחותן
מזל טוב קרובים
לחיים טובים!

עוד עוד עוד ישמע
א קשר של קיימא
וואונטשט מען בכל לבב:
מזל מזל טוב!

השלך השלך על השם
השלך על השם יהבך;
אידעלע פארלאז זיך אלא על אבינו שבשמים
השלך השלך על השם
השלך על השם יהבך;
א שידוך איז שוין גרייט
אט אט מיט פרייד
וואונטשט מען לחיים



Random Lyrics

HOT LYRICS

Loading...