חוה אלברשטיין - reizele - רייזעלע - hava alberstein lyrics
שטייט זיך דארט אין געסעלע
שטיל פֿארטראכט א הייזעלע
דרינען אויפֿן בוידעם+שטיבל
וווינט מײן טייער רייזעלע
יעדן אוונט פֿארן הײזל
דריי איך זיך ארום
כ´גיב א פֿייף, און רוף אויס : רייזל
קום, קום, קום!
עפֿנט זיך א פֿענצטערל
וואכט אויף ס´אלטע הייזעלע
און באלד קלינגט אין שטילן געסל
א זיס קול, ס´רעדט רייזעלע :
+ נאך א ווײלע ווארט, מיין ליבער
באלד וועל איך זיין פֿריי
גיי זיך נאך א פאר מאל איבער +
איינס, צוויי, דריי !
גיי איך מיר א פֿריילעכער
זינג און קנאק מיר ניסעלעך
הער איך אויף די טרעפלעך שפרינגען
אירע דראבנע פֿיסעלעך
שוין אראפ פֿון לעצטן טרעפל
כ´נעם זי ליב ארום
כ´גיב איר שטיל א קוש אין קעפל +
קום, קום, קום !
+ כ´וויל דיך בעטן, דודל
זאלסט ארויף נישט פֿייפֿן מער
+ הערסט, ער פֿייפֿט שוין + זאגט די מאמע
זי איז פֿרום, ס´פֿאדריסט זי זייער
פֿייפֿן, זאגט זי, איז נישט ײידיש
ס´פאסט נאר בלויז פֿאר זיי…
גיב א צייכן פראסט אויף ײידיש +
איינס, צוויי, דריי !
+ כ´וועל פֿון היינט נישט פֿײפֿן מער
דרויף גיב איך א שבֿועהלע +
דיר צוליב וועל איך אפֿילו
ווערן פֿרום, מײן צנועהלה
כ´וועל זײן ווען דו ווילסט נאר, רייזל
ווי דײן מאמע פֿרום
יעדן שבת גיין אין קלייזל +
קום, קום, קום !
+ כ´גלייב עס דיר, מײן ליבינקער
און דערפֿאר דיר, דודל
שטריק איך א שיין תפילין+זעקל
מיט א מגן+דודל
ווען געפֿעלן ס´וועט אין קלייזל
זאגן זאלסטו זיי:
+ ס´האט געשטריקט מיין ליבע רייזל +
איינס, צוויי, דריי !
+ כ´דאנק פֿאר דײן מתנה´לה
כ´ליב אזוי דיך, רייזעלע !
כ´ליב דײן מאמען, כ´ליב דאס געסל
כ´ליב דאס אלטע הײזעלע
כ´ליב די שטיינדלעך לעבן הייזל +
טרעטסט אויף זיי ארום
הער, דײן מאמע רופֿט שוין: רייזל
קום, קום, קום !
גיי איך מיר א פֿריילעכער
זינג און קנאק מיר ניסעלעך
הער איך אויף די טרעפלעך לויפֿן
אירע דראבנע פֿיסעלעך +
ווידער שטייט פֿארטראכט דאס הײזל
ס´געסל + ווידער שטום
קום צו מיר אין חלום, רייזל
קום, קום, קום !
Random Lyrics
- endless anomaly - elapse lyrics
- miտ3ry - cult of hatred lyrics
- ilylucina - believe in us, or not lyrics
- chagall - dunes lyrics
- black jesus (harlem 6) - speak in tounges lyrics
- young k - with you lyrics
- byealex és a slepp - bocsánat lyrics
- caitlynne curtis - you were right lyrics
- 成龍 (jackie chan) - wait for me lyrics
- نجوى كرم - in raddayt alayk - إن رديت عليك - najwa karam lyrics